פ ָָאד ע ר ו נ ג פון כת הולכים לדין ולערכאות ַַארויסגעשליידערט פון ניו י ָָאר ק ע ר געריכטן נ ָָאכ ׳ ן וועלן שענקן פולק ָאמע בעלות פון מערערע ס ַַאט מ ַאַאר ע ר קהלה בנינים פ ַאר גוי פון נעס ָאו ק ַַאו נ ט י – וויליאַמסבורג. אַ אין סענזאַציאָנאַלע אויפדעקונג איז די וואָך באַקאַנט געוואָרן אין די ברייטע אידישע גאַס ,אַז דער כת מסרבים לדין והולכים בערכאות העולמי האָט פאַרגאַנגענעם וינטער ,אין אַ פאַרצווייפלטן פּרואוו צוריק צו דעראַבעווען דעם בית המדרש חדש אין וויליאַמסבורג אויף בעדפאָרד עוועניו קאָרנער ווילסאָן סטריט – און אין די זעלבע צייט כאַפּן לעגאַלע בעלות אויף נאָך קהלה בנינים – פּרובירט אויסצושפּילן דעם געריכטליכן סיסטעם דורך לויפן צו אַ ריכטער אין לאָנג איילאַנד און בעטן אַ באַשטעטיגונג צו טראַנספערירן די דיעדס פון עטליכע בנינים ,פונעם נאָמען פון פון קהל יטב לב דסאַטמאַר צו אַ קאָרפּאָרעישאן "בעדפאָרד קאָרנער ראָס" וואָס איז אונטער'ן איינפלוס פונעם כת. די ריכטערין מרס מורפי ,פון ניו יאָרק סטעיט סופּרים קאָורט אין נעסאָו קאַונטי ,לאָנג-איילאַנד ,וועלכע איז גאַנץ אָנהויב נישט געווען באַהאַוונט מיט'ן קעיס אָבער איז במשך פונעם קורצן פּראָצעס אַרויפגעקומען אויף די קינדערישע דריידעלעך פונעם כת ,האָט ש ו י ן פאַרגאַנגענעם יאַנואַר – 24יום ב' פּרשת ואלה המשפּטים אשר תשים לפניהם ולא לפני עכו"ם – אַרויסגעשליידערט דעם געריכטליכן פאַרזוך. אין די איצטיגע טעג נאָך פּסח, וען עס זענען אָפּגעלאָפן די דריי מאָנאַטן ווילאַנג דער כת האָט געהאַט אַ געלעגנהייט אַריינצוגעבן אַ נאָטיץ אָוו אַפּיעל ,איז די נייעס אַרויסגערינען אויסער די ענגע צירקל פון עסקנים דקהל יטב לב דסאַטמאַר וועלכע האָבן יך גוט אונטערגעהאַלטן אין די לעצטע מאָנאַטן פונעם מאָדנעם ספּעקטאַקל ל ל
און קוועלער אויף די שפּאַלטענעס פון אַ צייטונג(. קיינער ו ו י ל נישט גלייבן אַז דער כת הולכים בערכאות העולמי איז נאָך אַלץ איינגערעדט אַז מען קען מיט נאַרישע מיטלען אַרויס'גנב'נען אַ ריכטער'ס פאַראָרדענונג צו קענען נאָכאַמאָל גנב'נען דעם בית המדרש החדש אָדער לעגאַלע בעלות אויף נאָך קהלה בנינים, נאָכדעם וואָס אומצאָליגע ריכטער האָבן ש ו י ן דערקלערט שטיין און ב י י ן אַז דער ניו יאָרק סטעיט געריכט קען זיך נישט אַריינמישן אינעם אינערליכן סכסוך פון קהל יטב לב דסאַטמאַר. אָבער צווישן די דעמאָראַליזירטע אָנפירער פונעם כת זוכט מען אַלע מיטלען וויאַזוי עטוואָס צו דערהייבן די געפאַלענע געמיטער פון אירע מיטגלידער און מען איז גרייט אונטערצונעמען די אוממעגליכסטע שריט כדי די קליינע קינדער זאָלן נישט איינשלאָפן. דער כת הולכים בערכאות העולמי, וועלכע האָבן אַלעמאָל גע'טענה'ט אין געריכט אַז דאָס געריכט טאָר זיך נישט אַריינמישן ,ו ו י י ל נאָר דער אייגענער בית דין פאַרשטייט צו די תהלוכי הקהלה ,האָט אין יאָר תשס"ו געשאַלט און געיובלט ווען דאָס העכסטע געריכט אין ניו יאָרק סטעיט האָט אָנגענומען די טענה און געאורטיילט אַז דער געריכט קען זיך נישט אַריינמישן. אָבער קורץ נאָכ'ן ויהי ממחרת ווען דער כת האָט זיך דערזען אַז דער אורטייל מיינט פאַקטיש אַז זיי האָבן ביטער פאַרלוירן דאָס ביסעלע אַזוי- אויך-איינגערעדטע בעלות ,און דערמיט האָבן זיי פאַרלוירן דעם בעלות אויפ'ן בית החיים מקום מנוחת קדשם פון רבותינו הקדושים בעל דברי יואל ל
צו די געריכטן און אָנגעהויבן טענה'ן פּונקט קאַפּויער ,אַז דאָס געריכט זאָל יאָ פּסק'נען אַז זיי זענען קהל יטב לב דסאַטמאַר. געריכט נאָך געריכט ,ריכטער נאָך ריכטער ,האָבן קאַטעגאָריש אָפּגעוואָרפן דעם לעכערליכן פאַרלאַנג, און פאַראַיאָר זומער נאָכדעם וואָס די בילדינג דעפּאַרטמענט פון ניו יאָרק סיטי האָט אויסגעטייטשט דעם אורטייל אַז אויך די שטאָטישע אינסטאַנצן קענען נישט אַריינרעדן ווער ס'איז קהל יטב לב ,האָט די שטאָט אָפּגעשפּאַרט דעם בית המדרש החדש מיט ריגל און זיגל ,אַרויסוואַרפענדיג דעם כת הולכים בערכאות העולמי וועלכע האָט זיך דאָרט באַקוועם געמאַכט אין די לעצטערע יאָרן מיט נעילת החג ,פּאַרענטשעס און בענק מאַגאַזינען און פּסח יאַרידן. אין אַ לעצטן פּרואוו צוריק צו באַקומען בעלות אויף די ראָס סטריט שוהל ,האָט דער כת פאַרגאַנגענעם חודש תמוז תש"ע אונטערגענומען דעם זינלאָזן שפּיל ,כאילו זיי האָבן אָפּגעהאַלטן אַ דין תורה ביי ביד"צ משפּט שלום וואָס פּסק'נט אַז קהל יטב לב דסאַטמאַר מוז איבערגעבן פאַר די "בעדפאָרד קאָרנער ראָס" קאָרפּאָרעישאן דעם דיד פון די שוהל פון ביהמ"ד החדש און אַנדערע קהלה
בנינים ,און דערנאָך געלאָפן אין אַ לאָנג- איילאַנד געריכט בעטן צו באַשטעטיגן דעם פּסק בית דין ,האָפענדיג אַז די דאָרטיגע ריכטער וועלן נישט כאַפּן אַז דאָס האָט אַ שייכות מיט'ן סאַטמאַרער קעיס וועלכע איז ש ו י ן אַזויפיל מאָל דורכגעדראָשן געוואָרן אינעם ברוקלינער געריכט. ווען קהל יטב לב דסאַטמאַר האָט אין יאָר תשנ"ז אָנגעהויבן ב ו י ע ן די נייע שוהל האָט מען אַרויסגענומען אַ מאָרטגעדזש פון ד י י ם סעווינגס באַנק .אין די אָנהויב ס' יאָרן האָט די באַנק געוואָלט אַרויסשטעלן די האַלב געבויטע געביידע אויף פאָרקלאָוזשער, ו ו י י ל זינט דער אויסברוך פונעם סכסוך אינערהאַלב קהל יטב לב דסאַטמאַר איז מער נישט געצאָלט געוואָרן די מאָרטגעדזש פּעימענטס. דער כת הולכים בערכאות העולמי האָט דאַן מיט אַ דריידל אַריינגעברענגט אינעם בילד קהל מנחת חינוך וועלכע האָט דאַן אָפּגעקויפט דעם מאָרטגעדזש נאָטיץ פון די באַנק און איז געוואָרן דער מלוה אויפ'ן אָרט פון די באַנק. אַ צייט שפּעטער ,אינמיטן יאָר תשס"ב ,האָט קהל מנחת חינוך זיך געוואָלט אַרויסזען פונעם גאַנצן עסק ביש און געמאָלדן אַז זי ו ו י ל פאַרקויפן ווייטער דעם מאָרטגעדזש .דעמאָלט האָט דער כת צוזאַמגעשטעלט עטליכע מיליאָן דאָלאַר פון אַ צאָל אייגענע נגידים ,שטיצער פון די הולכים בערכאות ,און אָפּגעקויפט דעם מאָרטגעדזש אונטער אַ קאָרפּאָרעישאן נאָמען " בעדפאָרד קאָרנער ראָס". אָנגעבליך האָט דער כת אונטערן נאָמען קהל יטב לב געדאַרפט ווייטער פאָרזעצן די חודשליכע צאָלונגען פאַר "בעדפאָרד קאָרנער ראָס" )פון דאָ און ל
אַ שטר הסכם דורך אַ מכלומרשט פאָרשטייער פון "בעדפאָרד" און פאָרשטייער פונעם כת ,אַז היות מע האָט ש ו י ן נישט געצאָלט ד ר י י יאָ מאָרטגעדזש און די היתר עיסקא רוחי פאַר די נגידים דערגרייכט ש ו י ן צו .5 מיליאָן דאָלאַר ,דעריבער אויב מע וועט נישט באַצאָלן דעם סכום ביז באַשטימטע צייט ,איז דער כת מחויב תיכף ומיד צו טראַנספערירן דע דיד פונעם בית המדרש צו בעדפאָר קאָרפּאָרעישאן ,און מען האָט אוי איינגעלייגט עטליכע בנינים פון ד קהלה אַלס משכון וואָס וועט אַריבערגיי אונטער "בעדפאָרד'ס" רשות אויב מע וועט נישט באַצאָלן דעם מאָרגעטדז סכום. דער שטר הסכם שרייבט ,אַז אין פאַ מען באַצאָלט נישט דעם מאָרטגעדז ביז די באַשטימטע צייט ,וועלן די לאַט נומערן פון די פאָלגענדע בנינים פאַל צום רשות פון "בעדפאָרד" :די געבייד פון בית המדרש החדש אויף בעדפאָר קאָרנער ווילסאָן ,דאָס ה ו י ז פון רביה" בעל ברך משה מסאַטמאַר זי"ע ,דאָ 152 בית המדרש אויף 2 15ראָדני סטריט דער אָפיס אויף 150ראָדני ,און דער בני פון התאחדות אברכים בניני זופּניק. ווי פאַרשטענדליך איז אַלעס געווע אַ פּורים שפּיל ,און איז בלויז געווען פאָרגעברייטער פּלאַן אַז געוויס וועט מען נישט צאָלן ווייטער די מאָרטגעדז צאָלונגען )א י י ן טאַש וועט נישט צאָל פאַר די צווייטע( ,און אויב דער כת וועט עווענטועל פאַרלירן אין ברוקלינע געריכט ,אָדער אַפּעלאַט געריכט ,וועט דער בית המדרש החדש און אויך אַנדער קהלה בנינים אויטאָמאַטיש באַלאַנגע פאַר בעדפאָרד קאָרפּאָרעישאָן ,וועלכ וועט ש ו י ן האָבן בעלות דערויף זינט ל
פ ָָאד ע ר ו נ ג פון כת הולכים לדין ולערכאות ַאַארויסגעשליידערט פון ניו י ָָאר ק ע ר געריכטן נ ָָאכ ׳ ן וועלן שענקן פולק ָאמע בעלות פון מערערע ס ַַאט מ ַאַאר ע ר קהלה בנינים פ ַאר גוי פון נעס ָאו ק ַַאו נ ט י )פארזעצונג פון זייט (1
די געריכטן אין ברוקלין האָבן ענדגילטיג געאורטיילט אַז דער כת האָט נישט קיין אויטאָריטעט אויפ'ן נאָמען קהל יטב לב דסאַטמאַר ,און איידער די בילדינג דעפּאַרטמענט האָט פאַראַיאָר צווישן פּסח און שבועות אַרויסגעשליידערט דעם כת פונעם בית המדרש החדש. נאָכדעם וואָס דער כת האָט געזען אַז ק י י ן שום שתדלנות העלפט נישט צו באַאיינפלוסן די בילדינג דעפּאַרטמענט אַז זיי זאָלן צוריק באַקומען איינטריט אינעם בית המדרש החדש ,האָבן זיי אַפירגענומען דעם אַלטן פאַרזשאַוועטן פּלאַן און דאָס פּרובירט צו נוצן אַלס לעצטער מיטל ,נאָר אַנשטאָט גיין גלייך צו ערכאות ,ווי ז י י ע ר שטייגער ש ו י ן לאַנגע יאָרן ,האָט מען באַשלאָסן דאָסמאָל אַריינצונעמען אויך אַ בית דין אינעם שפּיל. פאַראַיאָר חודש תמוז האָט "בעדפאָרד" כלומרשט גערופן דעם כת אונטערן נאָמען קהל יטב לב צו דין תורה ביי בי"ד משפּט שלום ,אַז אינצווישן האָט זיך ש ו י ן דער חוב אויפ'ן מאָרטגעדזש אָנגעזאַמלט ביז 16מיליאָן דאָלאַר און היות דער כת האָט נישט צו באַצאָלן ,זאָל דער בי"ד פּסק'נען אַז דער כת איז מחויב צו טראַנספערירן דעם דיעד פונעם בית המדרש החדש ,ווי אויך די דיעדס פון אַלע דערמאַנטע געביידעס אינעם משכון ,פאַר בעדפאָרד. בי" דמשפּטשלוםהאָטאויסגעהערט די טענות בכובד ראש ובעיון רב ...און נאָך עטליכע זיצונגען און גביית עדות אָט דער בי"ד טאַקע אָנגענומען די טענה)!( און אַרויסגעגעבן אַ פּסק אַז
דער כת איז מחויב צו טראַנספערירן אַלע דיעדס צו בעדפאָרד ,אויף אַ לעגאַלן וועג דורך אַ לויער. איצט האָט ש ו י ן דער כת געהאַט אַ פּסק בי"ד אין די האַנט אַז אַלע דיעדס ווערן אַריבערגעשריבן צו בעדפאָרד. מען דאַרף נאָר זען אַז דאָס געריכט זאָל דאָס אויך באַשטעטיגן ,ו ו י י ל דאָס געזעץ לויטעט אַז סיי וועלכע דיעד טראַנספער פון נכסי ציבור ,מוז פריער באַשטעטיגט ווערן דורך אַ ריכטער. דאַרף מען איצט אַפירזוכן אַ ריכטער וואָס וועט גרייט ז י י ן צו מאַכן אַ שנעלן באַשלוס ,זאָפאָרט פאָרסירן דעם פּסק בי"ד ,און אורטיילן לעגאַל אַז קהל יטב לב דסאַטמאַר דאַרף טראַנספערירן די בעלות און דיעדס פון ביהמ"ד החדש אויף ווילסאָן קאָרנער בעדפאָרד ,דאָס 152 ביהמ"ד אויף 2 15ראָדני סטריט ,דאָס ה ו י ז אויף 150ראָדני סטריט ,די בנינים התאחדות אברכים בניני זופּניק און ביתו נאוה פון מרן הגה"ק בעל ברך משה זי"ע ,צו די קאָרפּאָרעישאן "בעדפאָרד קאָרנער ראָס" איצט הויבט זיך אָבער אָן די קאָפּ ווייטאָג :וויאַזוי שמוגלט מען דאָס צוריק אַ ר י י ן אין געריכט ,נאָכדעם וואָס דער געריכט האָט שוין אַזויפיל מאָל אַרויסגעשליידערט יעדע קעיס וואָס האָט נאָר געהאַט אַ שייכות מיט דעם סאַטמאַרער סכסוך? צום ערשט האָט מען זיך פאַרבינדן מיט אַ גויאישן פּלאָמבער פון נעסאָו קאַונטי ,מר .קרעיג פאָרלעדער וועלכער וואוינט אויף 404בעי-וויו עוועניו אין אינוואָוד ,לאָנג איילאַנד און אים געשטעלט אין שפּיץ פון די
מר.
בעדפאָרד קאָרפּאָרעישאן .וויבאַלד פאָרלעדער איז אַן איינוואוינער אין נעסאָו קאַונטי ,וועט ער ז י י ן דער וואָס וועט אַריינברענגען דעם פאַרלאַנג אין געריכט און אַזוי וועט עס אָנגענומען ווערן אין נעסאָו קאַונטי געריכט. אָנהויב חשון תשע"א ,נאָכדעם וואָס דער כת האָט געפּראַוועט נעילת החג אין ראָדני סטריט ,האָט דער פּלאָמבער מר .פאָרלעדער אַריינגעפירט דעם געריכטליכן פאַרלאַנג אין נעסאָו קאַונטי געריכט און געבעטן אַז די ריכטערין זאָל פאָרסירן דעם פּסק בי"ד און צווינגען קהל יטב לב אים איבערצושרייבן די קהלה בנינים אויף בעדפאָרד עוועניו, ראָדני סטריט און קיעפּ סטריט) .ס'איז נישט קלאָר צי דער פּלאָמבער האָט אויך געהאַט תביעות אויף די סידורים און חומשים פון די בתי מדרשים וועלכע דאַרפן טראַנספערירט ווערן צו אים(. ווער איז דער אַנדערער צד? אַ מאַן מיט'ן נאָמען יודא לעיזער דזשעקאָבס. ווער איז דאָס? )אויפ'ן קעפּל פון די אָנקלאַגע איז נישט אָנגעגעבן געוואָרן ,נישט אַז פאָרלעדער פאַרטרעט בעדפאָרד ,און נישט אַז דזשעיקאָבס פּרעזענטירט קהל יטב לב דסאַטמאַר ,וועלענדיג באַהאַלטן די אידענטיטעט פונעם קעיס ,כדי מען זאָל דאָס נישט קענען אַזוי ג ר י נ ג נאָכזוכן אויפ'ן געריכטליכן קאָמפּיוטער נעץ(. ווי עס שטעלט זיך היינט אַרויס איז דזשעיקאָבס דער היינטיגער א.ג. סעקרעטאַר פון דעם כת הולכים בערכאות ,וועלכער האָט ש ו י ן אין פריערדיגע מסירות והליכה לערכאות
פונעם כת זיך אָנגעגעבן מיט'ן נאָמען "חיים דזשעיקאָבאָוויטץ" און אַלעמאָל איז ז י י ן נאָמען אַזוי ערשינען אין די לעגאַלע פּאַפּירן. אָבער כדי נישט צו ציען אויפמערקזאַמקייט מיט'ן נאָמען "חיים דזשעיקאָבאָוויטץ" וואָס וועט באַלד ציען פעדימער צו פריערדיגע אַרויסגעוואָרפענע קלאַגעס אינעם סכסוך פון קהל יטב לב דסאַטמאַר, איז דער אָנקלעגער מר .פאָרלעדער אָנגעזאָגט געוואָרן צו מאַכן אַ ש י נ ו י השם און דאָסמאָל אָנרופן דעם חיים דזשעיקאָבאָוויטץ מיט'ן נאָמען יודא ליעזער דזשעיקאָבס. באַלד ביים אַריינגעבן דעם ערשטן בינטל לעגאַלע פּאַפּירן צום געריכט אין נעסאָו קאַונטי ,האָט די ריכטערין אַנטזאָגט אַריינצוקוקן ד ע ר י ן ,זאָגענדיג אַז זי זעט עפּעס דריידעלעך און קונצן ,ו ו י י ל אינעווייניג אין די פּאַפּירן ערשיינען מערערע נעמען אַלס צדדים אינעם סכסוך ,צ ו ו י ש ן זיי בעדפאָרד קאָרנער ראָס און קהל יטב לב דסאַטמאַר, און אויב זענען דיצ ו ו י י קאָרפּאָרעישאנס צדדים ,פאַרוואָס ערשיינען נישט די נעמען אינעם קעפּל? צו פאַרגלעטן דעם ביטערן ג ר י י ז, איז דער געריכטליכער פאַרלאַנג צו פאָרסירן דעם פּסק בי"ד פריש אַריינגעגעבן געוואָרן ,דאָסמאָל אויף אַזאַ וועג :מר .פאָרלעדער רופט אין געריכט מר .יודא לעיזער דזשעיקאָבס, און מר .דזשעיקאָבס – אַלס אַ דריטער צד – רופט אין געריכט ב י י ד ע קאָרפּאָרעישאָנס ,בעדפאָרד קאָרנער ראָס און קהל יטב לב דסאַטמאַר ,און מר .דזשעיקאָבס פאָדערט אין געריכט אַז דער געריכטליכער פּראָצעדור זאָל גיין צווישן בעדפאָרד און קהל יטב לב, נישט צ ו ו י ש ן מר .פאָרלעדער און אים. אין צוגאָב ,פאָדערט אויך מר. י.ל .דזשעיקאָבס ,אַז דאָס געריכט זאָל
פאָרסירן דעם פּסק בי"ד און פאַרלאַנגע אַז קהל יטב לב זאָל טראַנספערירן בעלו און די דיעדס פון די אויבנדערמאַנט געביידעס צו בעדפאָרד. איצט אַז דער אמת איז שוי אַרויפגעשווימען ווער די צדדי זענען ,האָט יודא לעיזער דזשעיקאָב מורא באַקומען אַז עס וועט פריע אָדער שפּעטער אַרויפשווימען אַז ע איז ש ו י ן געווען פאַרבינדן מיט קה יטב לב דסאַטמאַר אין פריערדיג קעיסעס וואו ער האָט זיך אָנגעגעב מיט אַן אַנדערן נאָמען ,האָט ער ביי צווייטן בינטל פּאַפּירן מיטגעגעבן אַ עפידעוויט אַז עכט איז ער גאָר "חיי דזשעיקאָבאָוויטץ" און דער נאָמע ערשיינט אויך אויף ז י י ן פּאַספּאָרט נאָר ט י י ל רופן אים "יודא לעיזע דזשעיקאָבס" און מען קען אים רופ מיט ב י י ד ע נעמען; ער איז נישט מקפּי וויאַזוי מען רופט אים. דאָסמאָל האָט די ריכטערי אָנגענומען די קעיס און זי האָט אָנגעהויבן אַריינקוקן אין די היסטאָרי פונעם גאַנצן קעיס צו פאַרשטיי פּונקטליך וואָס דאָ ווערט פאַרלאַנגט און ווער פאַרלאַנגט פון וועמען. אין איר פיר זייטיגן אורטייל ב' פּרשת ואלה המשפּטים אש תשים לפניהם ,ולמספּרם יאַנואַר 24 דערציילט נישט די ריכטערין וויאַזוי ז האָט זיך דערוואוסט אַז דאָס איז באמ אַ ברוקלינער קעיס און דאָס איז אַ אַלטע אויסגעדראָשענע קעיס וועלכ איז ש ו י ן מערערע מאָל אַרויסגעוואָרפ געוואָרן פון קינגס קאַונטי און אָראַנדז קאַונטי געריכט הייזער. זי שרייבט אָבער יאָ קלאָר ,אַז ז האָט זיך דערוואוסט ביים איבערקוק דעם קעיס אַז דער סאַטמאַרער קהל איז ש ו י ן פאַרמישט לאַנגע יאָרן אין )פארזעצונג אויף זייט (3
פ ָאָאד ע ר ו נ ג פון כת הולכים לדין ולערכאות ַאַארויסגעשליידערט פון ניו י ָָאר ק ע ר געריכטן נ ָָאכ ׳ ן וועלן שענקן פולק ָאמע בעלות פון מערערע ס ַַאט מ ַאַאר ע ר קהלה בנינים פ ַאר גוי פון נעס ָאו ק ַַאו נ ט י )פארזעצונג פון זייט (2
גרויסע צאָל פון געריכטליכע קלאַגעס אין קינגס קאַונטי געריכט ה ו י ז ,ש ו י ן ינט יאָר '02און דער איצטיגער פאַרלאַנג איז בלויז נאָך אַ ט י י ל פון די אַלטע קעיסעס. ריכטערין מורפי מערקט אָן אינעם אורטייל עטליכע מאָדנע ערשיינונגען וועלכע האָבן געצויגן איר אויפמערקזאַמקייט: • אַז די קהלה און איר פאָרשטייער מר .דזשעיקאָבס ,וועלכע אָבן דאָך לכאורה פאַרלוירן ביים בי"ד און וואָלטן געדאַרפט ערשיינען אין די געריכט-פּאַפּירן אַלס אָנגעקלאָגטע, נישט אַלס אָנקלעגער ,ערשיינען גאָר אין צווייטן בינטל פּאַפּירן אַלס אָנקלעגער ועלכע פאַרלאַנגען צו פאָרסירן דעם פּסק בי"ד... • די ערשטע בינטל פּאַפּירן אַריינגעגעבן דורך מר .פאָרלעדער ,איז לויט ז י י ן אייגענע הודאה אַריינגעגעבן געוואָרן אונטער ז י י ן פּריוואַטן נאָמען, קעגן דעם יחיד יודא לעיזער דשעיקאָבס, בעת פאָרלעדער האָט געוואוסט אַז דער בי"ד זיצונג איז פאָרגעקומען צווישן בעדפאָרד און קהל יטב לב. • דער נתבע מר .דזשעיקאָבס איז אָנגעבליך אַ דירעקטאָר פון קהל יטב לב און ז י י ן לעגאַלער נאָמען איז טאַקע חיים דזשעיקאָבאָוויטץ אָבער
"פון צייט צו צייט איז ער אויך באַקאַנט אַלס יודא לעיזער דזשעיקאָבס". די קהלה און אירע אָפיסעס, • דער בי"ד משפּט שלום – ווי אויך אַלע בנינים און שטחים וועלכע שטייען דאָ פאַר'ן קאָורט צו ווערן טראַנספערירט פון די קהלה צו בעדפאָרד כדי צו באַצאָלן די גרויסע מאָרטגעדזש הלואה ,אַלעס געפינט זיך אין קינגס קאַונטי )ברוקלין, ניו יאָרק( .בלויז מר .פאָרלעדער און די אָפיציעלע אָפיס פון בעדפאָרד ,געפינען זיך אין נעסאָו קאַונטי. • דער שטר הסכם )פון תשס"ה( זאָגט קלאָר אַז אין פאַל פון סיי וועלכן סכסוך צווישן די צ ו ו י י צדדים )בעדפאָרד און קהל יטב לב( וועט מען דאָס ברענגען פאַר'ן בית דין פון קהל יטב לב דסאַטמאַר ,און ק י י ן שום צד טאָר נישט ג י י ן מיט'ן סכסוך פאָרנט פון סיי וועלכע אַנדערן בית דין ,אָדער צום ג ו י א י ש ן געריכט. • אין צוגאָב ווערט באַטאָנט אינעם פּסק בי"ד פון תש"ע אין פּאַראַגראַף ,5אַז אויב וועט ז י י ן סיי וועלכע פראַגע אָדער קאָנפליקט איבער פאַרשטיין אָדער דורכצופירן דעם אורטייל פונעם בית דין ,וועלן זיך די צדדים צוריקקערן צו דעם זעלבן בי"ד )משפּט שלום( ,וועלכע וועלן ווייטער באַהאַנדלען דעם ענין. • פון דעם אַלעם לערנט דאָס געריכט קלאָר אַרויס ,אַז די צדדים האָבן
אויסגעקליבן ווייטער פאָרצוזעצן דעם ענין ביי אַ רבנישן בית דין ,ווי איידער אין געריכט .די צדדים דאַרפן זיך האַלטן צו דעם אָפּמאַך. • טראָץ צוליב דעם פּונקט אַליין וואָלט שוין דער געריכט געקענט אַרויסוואַרפן דעם גאַנצן געריכטליכן פאַרלאַנג ,גייט אָבער דאָס געריכט מיט אַ טריט ווייטער און וועט ווייטער אַריינקוקן אינעם פאַרלאַנג ,און זי קומט צו די פאָלגענדע מסקנות: • דער קעיס איז אַ טייל פון דעם אַלטן סאַטמאַרער קאָנפליקט וואָס ציט זיך ש ו י ן אין ברוקלינער געריכט זינט יאָר ,'02און דער דעמאָלטדיגער אַדמיניסטראַטיווער ריכטער פּעשי האָט געפונען פאַר וויכטיג צוזאַמצושטעלן אַלע סאַטמאַרער קעיסעס אין איין קעיס ביי א י י ן ריכטער ,צו פאַרמיידן צ ו ו י ש ן אַנדערע ריכטער שאַפּינג און קעגנזייטיגע אורטיילן. • אַריינקוקענדיג אין די פריערדיגע קעיסעס ,און באַקענענדיג זיך מיט'ן שטאַטוס פון די קהלה'ס קאָרפּאָרעישאן אין ניו יאָרק'ס רעליגיעזע קאָרפּאָרעישאָן געזעצן און ניו יאָרק נאָן-פאָר-פּראַפיט געזעצן, ווערן אַלע פאַרלאַנגען אַנטזאָגט .אויב האָבן זיי עפּעס וואָס צו פאַרלאַנגען, זאָלן זיי גיין קיין ברוקלין און בכלל, זעט זי נישט אַז דאָס טראַנספערירן איז לטובת די מיטגלידער פון די קהלה,
וואָס איז איינע פון די באַדינגונגען וועלכע פאַרלאַנגען זיך אַז דאָס געריכט זאָל קענען אורטיילן אויף אַ טראַנספער פון נכסי הציבור. • מיט'ן באַטאָנען אַז זי זעט נישט אַז די דיעד טראַנספערס זענען לטובת הציבור ,האָט די ריכטערין אַנערקענט דאָס הפקרות פונעם כת אַז זיי זענען גרייט אַוועקצוגעבן ריזיגע פאַרמעגנס און בנינים וואָס די קהלה האָט עררייכט מיט בלוט און שווייס לאַנגע יאָרן ,און צוליב אומ'אחריות איז מען מוכן ומזומן איבערצושרייבן נכסים פון די קהלה אין ברוקלין פאַר אַ צווייטע קאָרפּאָרעישאן אין ווייטן לאָנג איילאַנד. • זי ענדיגט דעם אורטייל מיט אַ פּאַראַגראַף אין וועלכן זי ערקלערט אַז דער גאַנצער געריכטליכער פאַרלאַנג איז דורכגענומען מיט אומ'יושר, דריידעלעך און פעלערן און במילא איז דער גאַנצער פאַרלאַנג אַנטזאָגט און אַרויסגעשליידערט פון געריכט. אַ לעגאַלער עקספּערט ווייזט אָן, אַז אונטער געווענליכע אומשטענדן איז אַזאַ פאַרלאַנג צו טראַנספערירן אַ דיעד אַ לייכטער פּראָצעדור ,נאָכדערצו ווען ב י י ד ע צדדים )בעדפאָרד און דער כת( שטימען א י י ן דערצו וואָלט דאָס געדאַרפט פלינק באַשטעטיגט ווערן דורך אַ ריכטער .אָבער דאָס מזל און אומבאַלימפּערניש ,און די הבטחה פון
"העברת פּי ה' היא לא תצלח" ,האָט זי באַגלייט ביז ק י י ן לאָנג-איילאַנד ,או אַהיימגעשיקט פון לאָנג-איילאַנד מיט געזאַלצענעם טעם אין מויל. *
אחרי ככלות הכל האַלט דער כ "הולכים לדין" און "הולכים בערכאו העולמי" אין די האַנט :אַ פיר זייטיג שטר הסכם פון תשס"ה,אונטערגעשריב מיט צ ו ו י י פעסטע עדות ,אַן א י י ן-זייט פּסק פון בי"ד משפּט שלום ,און אַ פי זייטיגן אורטייל פון די הויכגעשעצט ריכטערין מורפי וועלכע זאָגט לא מיט אַן אלף צו באַשטעטיגן אַריבערצופיר נכסים פון קהל יטב לב דסאַטמאַר צום גויאישן פּלאָמער פון לאָנג איילאַנד מר. פאָרלעדער. עס איז צום האָפן אַז דער כ וועט זיך אומקערן צום בית דין ,אָבע דאָסמאָל כדת וכהלכה צו אַ בית די כשר בישראל און זיך שטעלן ערליך צו דין תורה ויקוב הדין את ההר איינמאָ פאַר אַלעמאָל. אויב נישט ,זאָלן זיי זיך כאָט שטעלן צו דין תורה מיט "בעדפאָרד" צום אייגענעם בד"צ וועלכע קענען זי ז י י ע ר גוט אויס מיט די תהלוכי הקהל און זענען ז י י ע ר ז י י ע ר פּאַסיג און כש צו פירן די דין תורה. און אויב דער אייגענער בד" איז איצט נאָך פּסח פאַרנומען צו באַהאַנדלען די שאלות פון ישן או חדש ,זאָל מען כאָטש פאָלגן דעם הויכגעשעצטן געריכט ה ו י ז פון נעסאָו און צוריקגיין צו בי"ד משפּט שלו זיך פריש אויס'טענה'ן מיט'ן נעסאָוע פּלאָמבער ,צו קענען ווייטער טראָגן מיט שטאָלץ און ווירדע דעם נייעם נאָמע "כת הולכים לדין וערכאות העולמי".